ווער האט געשריבן די תורה?

אמיתת תורתינו והמסתעף
admin
Site Admin
Posts: 2
Joined: Sat Feb 10, 2018 2:56 pm

ווער האט געשריבן די תורה?

Post by admin » Sun Feb 11, 2018 6:27 pm

א פשוט׳ע, אבער קארדינאלע שאלה וואס עגבערט מיר שוין יארן: ווער האט געשריבן די תורה?

אז עס איז אראפגעפלויגן פון הימל, קוקט מיר אויס זייער פרימיטיוו און לעכערליך. דעריבער קומט נאטירלעך די שאלה: ווער יא?

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו ליינען איבער ׳ביקורת המקרא׳, א דיסציפלין וואס איז שוין איבער הונדערט יאר אלט. עס קוקט אויס ווי זיי זענען זייער זיכער מיט זייערע שיטות איבער ווער עס האט געשריבן די תורה. אבער פאר מיר קוקט עס אויס אביסל קאמפליצירט.

אלזא, ילמדנו רבותי! קען מיר איינער מסביר זיין ׳ביקורת המקרא מהו׳?

יישר כוחכם