ווער איז באמת דוד המלך געווען?

Post a reply


This question is a means of preventing automated form submissions by spambots.
Smilies
:D :) ;) :( :o :shock: :? 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :evil: :twisted: :roll: :!: :?: :idea: :arrow: :| :mrgreen: :geek: :ugeek:

BBCode is ON
[img] is ON
[flash] is ON
[url] is ON
Smilies are ON

Topic review
   

Expand view Topic review: ווער איז באמת דוד המלך געווען?

ווער איז באמת דוד המלך געווען?

by מורה_הנבוכים » Tue Apr 03, 2018 11:08 pm

בשעת׳ן לייענען אן אפהאנדלונג פון א היסטאריקער טענה׳דיג אז דוד המלך בשעתו איז געווען א קעניג איבער גאר א קליין שטעטל ירושלים, פון אפאר טויזנט איינוואוינער (באזירט אויף ארכיאלאגישע באווייזן), איז מיר דורך א מחשבה און קאפ: און אז ער איז יא געווען א גרויסער קעניג, ווער איז ער באמת געווען?

א רוצח?

א מאנס?

וויאזוי איז אים דאס אזוי געלונגען צו פאראייביגט ווערן און פארהייליגט ווערן לעולמי עד?

אבער באמת, ער איז נישט אליין אין היסטאריע... צו איז דען מוכאמאד נישט פאראייביגט און פארהייליגט? צו איז דען אלכסנדר מוקדון, דער נישט קיין קליינער רוצח, נישט פאראייביגט געווארן אלס א העלד?

איז דוד, דער וואס כאפט צו שיינע פרויען פון זייערע מענער אויך פארהייליגט געווארן.

נאכדערצו אז מען האט גענומען דאס תהלימ׳ל, וואס איז געשרויבן געווארן מיט הונדערטער יארן נאך זיין טויט, און עס ארויפגעלייגט אויף זיין נאמען. איז קיין וואונדער ווי ער איז אנגעקומען.

מלכות בית דוד איז די לענגסטע מלוכה קייט וואס איז נאר אמאל געווען אויף די וועלט. קיין שום מלוכה האט זיך נישט געהאלטן אזוי לאנג פאר אזויפיהל דורות. ווי פארשטענדליך אז די וואס האבן געטראגן איר פאן, האבן פארגעטערט איר גערינדער אויף סיי וואספארא אופן ס׳נאר שייך. ליגענט בכללם.

Top